1553
אויסזען
| 1553 אין פֿארשידענע קאלענדארן | |
| יוליאנישער קאלענדאר | 1553 MDLIII |
| יידישער לוח | ה'שי"ג - ה'שי"ד |
| כינעזישער קאלענדאר | 4249 – 4250 壬子 – 癸丑 4250 איז דאס יאר פֿונעם אקס |
| עטיאפישער קאלענדאר | 1545 – 1546 |
| פערסישער קאלענדאר | 931 – 932 |
| איסלאמישער קאלענדאר | 960 – 961 |
1553 איז דאס 53סטע יאר אינעם 16טן יארהונדערט. א געוויינטלעך יאר, וואס איז לאנג 365 טעג. אין יענער צײַט איז נאך נישט געווען קיין גרעגאריאנישער קאלענדאר, דערפֿאר איז דאס יאר נאר אינעם יוליאנישן קאלענדאר.
אלע דאטעס דא זענען לויטן יוליאנישן קאַלענדאַר.
יאנואר–מערץ
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- 2טן יאנואר – דער באלאגערונג פון מעץ אין פראנקרייך, וואס קארל דער פינפטער, הייליגער רוימישער קייסער האט אנגעהויבן דעם 19טן אקטאבער פון פאריגן יאר, בעת דער איטאליענישער מלחמה פון 1551–1559,[1] קומט צו אן ענדע נאכדעם וואס די שטאט איז געווען באלאגערט במשך 75 טעג. בעת דער פארטיידיגונג פון דער שטאט אונטער פראנסואה, הערצאג פון גיז און 6,000 זעלנער, האט קארל דער פינפטער פארלוירן צוויי דריטל פון זיין אריגינעלער ארמיי, וואס האט באשטאנען פון כאטש 20,000 מאן.[2]
- 17טן פעברואר – אין אינדיע ווערט טימאראדזשאַ וואדייאר דער צווייטער דער זעקסטער מאהאראדזשאַ פון דעם קעניגרייך פון מייסור, א טיילווייז אטאנאמישע מלוכה אונטער דער ווידזשאיאנאגארער אימפעריע, נאך דעם טויט פון זיין פאטער, מאהאראדזשאַ טשאמאראדזשאַ וואדייאר דער דריטער.
- 21סטן פעברואר – דער גענעראל לוטענאנט לואיס אלווארעז דע טאלעדא יע אָסאריא דינט צייטווייליג אלס דער שפאנישער וויצעקעניג פון נאפאלי, אין היינטיגן איטאליע, נאך דעם טויט פון זיין פאטער, פעדרא אלווארעז דע טאלעדא. לואיס טרעט אפ פון דער שטעלע אין יוני, נאכדעם וואס פעדרא פאשעקא דע ווילענא ווערט באשטימט אלס דער נייער וויצעקעניג.
- 1טן מערץ – דער צווייטער און לעצטער זיצונגס פעריאד פון דעם פארלאמענט פון ענגלאנד בעת דער מלוכה פון קעניג עדווארד דער זעקסטער ווערט געעפנט דורך דעם קעניג אין וועסטמינסטער און דויערט ביזן 31סטן מערץ. דזשעימס דייער דינט בעת דעם זיצונגס פעריאד אלס פארזיצער פון דעם אונטערשטע הויז פונעם פארלאמענט.[3]
אפריל–יוני
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- 12טן מאי – סט. אלבענס, אין ענגלאנד, באקומט איר ערשטע קעניגלעכע טשארטער וואס דערקענט איר אלס א שטאטישער קערפערשאפט.[4][5]
- 25סטן מאי – פרוי דזשעין גרעי, א 16 יעריגע קוזינע פונעם ענגלישן קעניג עדווארד דער זעקסטער, האט חתונה מיט לארד גילפארד דאדלי, דעם זון פונעם הערצאג פון נארטהאמבערלאנד, וועלכער האט ארגאניזירט די שידוך.
- 3טן יוני – דער ערשטער פון די פינף קאמפן פון קאוואנאקאַדזשימא, באקאנט אלס דער „קאמף פון פוסע“, הייבט זיך אן אין יאפאן צווישן טאקעדא שינגען פון קאיי פראווינץ און ועסוגי קענשין פון עטשיגא פראווינץ. דער קאמף קומט פאר ביי א הייליגטום פון האצימאן, לעבן דעם היינטיגן יאשירא אין דער היוגא פרעפעקטור, 12 טעג נאכדעם וואס שינגען האט איינגענומען קאטסוראו שלאס. דער קאמף איז געווען א טייל פון דער ברייטערער סעריע קאנפליקטן בעת דער יאפאנישער סענגאקו פעריאד.[6]
- 15טן יוני – ווען קעניג עדווארד דער זעקסטער ליגט אויפן טויטבעט, רופט ער צו זיך חשוב'ע ענגלישע ריכטער און אונטערשרייבט זיין באשלוס איבער דער נאכפאלגונג צום טראן, אין וועלכן ער באשטימט פרוי דזשעין גרעי אלס נאכפאלגערן.
- 21סטן יוני – אונטער די סטראשונקעס פונעם הערצאג פון נארטהאמבערלאנד, ווערט דער באשלוס פון קעניג עדווארד איבער דער באשטימונג פון דזשעין גרעי אלס יורשת פונעם טראן אונטערגעשריבן דורך איבער 100 חשוב'ע פערזענליכקייטן.
- 26סטן יוני – צוויי נייע שולעס, קרייסט'ס האספיטאל[7][8] און קעניג עדווארד'ס שולע, וויטלי, ווערן געגרינדעט דורך א קעניגלעכער טשארטער לויט דעם צוואה פון דעם ענגלישן קעניג עדווארד דער זעקסטער. אין דער זעלבער טשארטער ווערט אויך דער שפיטאל סט. טאמעס שפיטאל אין לאנדאן, וואס עקזיסטירט שוין זינט דעם 12טן יארהונדערט, אנערקענט אונטער דעם נאמען.[9]
יולי–סעפטעמבער
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- 6טן יולי – דער ענגלישער קעניג עדווארד דער זעקסטער שטארבט אין עלטער פון 15 יאר, נאכדעם וואס ער האט געקעניגט בלויז זעקס יאר.
9טן יולי – דער קאמף פון זיווערסהאוזן: דער קורפירשט מאריץ פון סאקסאניע באזיגט די קאטוילישע קרעפטן אונטער מארגראף אלבערט פון ברענדנבורג קולמבאך. מאריץ ווערט טויטליך פארוואונדעט אין דעם קאמף.[10]
קאמף פון זיווערסהאוזן - 10טן יולי – פיר טעג נאך דעם טויט פון איר קוזין, קעניג עדווארד דער זעקסטער, ווערט פרוי דזשעין גרעי פראקלאמירט אלס קעניגען פון ענגלאנד. זי האלט דעם טיטל בלויז ניין טעג.[11]
- 19טן יולי – דער לארד מעיאר פון לאנדאן פראקלאמירט מארי די ערשטע אלס די ריכטיגע קעניגין פון ענגלאנד, נאכדעם וואס דער געהיימער ראט ענדערט זייער שטיצע. פרוי דזשעין גרעי טרעט פרייוויליג אפ פונעם טראן.[12]
- 3טן אויגוסט – קעניגען מארי די ערשטע פון ענגלאנד קומט אן קיין לאנדאן פון איסט ענגליע.[13]
- 18טן אויגוסט – דזשאן דאדלי, ערשטער הערצאג פון נארטהאמבערלאנד, ווערט געמשפט און געפונען שולדיג אין פארראט, צוליב זיין ראלע אין ארויפשטעלן זיין שנור, פרוי דזשעין גרעי, אויפן ענגלישן טראן.[14]
- 24סטן אויגוסט – דער ענגלישער אויספארשער ריטשארד טשענסעלאר קומט אריין אינעם ווייסן ים און דערגרייכט ארכאנגעלסק.[15] דערנאך פארט ער צום הויף פון דעם רוסישן צאר איוואן דער שרעקליכער, און עפנט א וועג פאר האנדל צווישן ענגלאנד און רוסלאנד.
- 23סטן סעפטעמבער – די סעדישע דינאסטיע פארשטארקט איר הערשאפט אין מאראקא דורך באזיגן די לעצטע פון אירע קעגנער.
אקטאבער–דעצעמבער
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- 6טן אקטאבער – שעהזאדע מוסטאפא (פרינץ מוסטאפא), דער עלטסטער זון פון סוליימאן דער פראכטפולער, ווערט אומגעברענגט אין קאניא לויטן באפעל פון זיין פאטער.[16]
- 13טן נאוועמבער – פרוי דזשעין גרעי, וואס האט געהאלטן דעם טיטל פון קעניגין פון ענגלאנד פאר ניין טעג, ווערט פאראורטיילט אין פארראט, צוזאמען מיט איר מאן, לארד גילפארד דאדלי, צוויי פון זיינע ברידער און טאמעס קראנמער, דער געוועזענער ארכיבישאף פון קענטערבורי. דער משפט ווערט געפירט דורך א ספעציעלער קאמיסיע אין גילדהאל אין דער שטאט לאנדאן.[12] דער געריכט רופט איר „דזשעין דאדלי, ווייב פון גילפארד“, און געפינט אז זי האט פארראטעריש אנגענומען דעם טיטל און די מאכט פון דעם ענגלישן מאנארך, ווי עס ווערט באוויזן דורך דאקומענטן וואס זי האט אונטערגעשריבן מיטן נאמען „דזשעין די קעניגין“. אלע פינף באשולדיגטע ווערן פאראורטיילט צום טויט. די מענער ווערן פאראורטיילט צו ווערן אפגעהאקט די קעפ; פרוי דזשעין זאל ווערן אדער פארברענט לעבעדיג אויף טאווער היל אדער אפהאקען דעם קאפ, לויט דער באשלוס פון קעניגין מארי. די קעניגין באשליסט צו לאזן איר אפהאקען דעם קאפ אין פריוואט.[17]
- 16טן נאוועמבער – א דעלעגאציע פונעם ענגלישן פארלאמענט בעט אפיציעל די נייע קעניגין, מארי די ערשטע, צו נעמען אן ענגלישן מאן אנשטאט חתונה צו האבן מיט דעם שפאנישן פרינץ פיליפ, און שטעלט פאר עדווארד קורטני, ערל פון דעוואן, אלס אן אנדער מעגליכקייט.[18] מארי'ס באשלוס צו חתונה האבן מיט פיליפ, כדי צו באשיצן ענגלאנד פון אן אינוואזיע, וועט ענדגילטיג פירן צו וואיאט'ס אויפשטאנד.
- 17טן נאוועמבער (13טן טאג פון דער וואקסנדיקער לבנה אין חודש נאטדאו, יאר 915 לויט דער בורמישער ציילונג) – בייננאונג, דער קעניג פון בורמע, באפעלט דעם אויפבוי פון דעם קאנבאוזאדאדי פאלאץ אין זיין הויפטשטאט פעגו, (היינט באגע אין מיאנמאר).[19] דער פאלאץ ווערט פארטיג אין 1556, אבער ווערט פארברענט אין 1599.
- 25סטן נאוועמבער – בעת דער איטאליענישער מלחמה פון 1551–1559, טוט קאזימא דער ערשטער דע' מעדיטשי, הערצאג פון דער רעפובליק פון פלארענץ, אונטערשרייבן א געהיימען אפמאך מיט קארל דער פינפטער, הייליגער רוימישער קייסער, צו אייננעמען די רעפובליק פון סיענא און צוריקברענגן אונטער דער אימפעריע.[20]
- 25סטן נאוועמבער – בעת דער צווייטער מארגראפן מלחמה, ווערט די שטאט קולמבאך אין בייערן, דייטשלאנד, בארויבט און פארברענט ביזן יסוד, נאכדעם וואס איר מארגראף, אלבערט אלקיביאדעס, פרובירט אומסוקסעספול צו ברענגען דאס גאנצע הערצאטום פון פראנקאניע אונטער זיין הערשאפט.[21]
- 25סטן דעצעמבער – דער קאמף פון טוקאפעל: מאפוטשע אויפשטענדלער אונטער לאוטארא באזיגן די שפאנישע קאנקיסטאדארן און הרג'ענען פעדרא דע וואלדיוויא, דער ערשטער קעניגלעכער גובערנאטאר פון טשילע.[22]
דאטום אומבאקאנט
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- אין כינע אונטער דער מינג דינאסטיע:
- דער אויפבוי פון א נייעם טייל פון די אויסערשטאט מויערן פון בעידזשינג ווערט פארענדיקט אין דרום בעידזשינג. ארימנעמענדיג דערמיט די גאנצע שטח פון בעידזשינג 18 קוואדראטמייל (4,662 העקטאר).
- שאנכאי ווערט צום ערשטן מאל באפעסטיגט מיט מויערן און פארטיידיגונגס איינריכטונגען.[23]
געבוירן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

- 20סטן יאנואר – בערנארדינא דע קארדענאס י פארטוגאל, הערצאג פון מאקעדא, שפאנישער אדלמאן (געשטארבן 1601).[24]
- 22סטן יאנואר – מארי טערומאטא, יאפאנישער קעמפער (געשטארבן 1625).[25]
- 24סטן פעברואר – טשערובינא אלבערטי, איטאליענישער גראווירער און מאלער (געשטארבן 1615).[26]
- מערץ – עלעאנארא די גארציא די טאלעדא, איטאליענישע אדלפרוי (געשטארבן 1576).[27]
- 26סטן מערץ – וויטסענצאס קארנאראס, גריכישער שרייבער (געשטארבן 1613).[28]
- 24סטן אפריל – דזשאן מאקסוועל, אכטער לארד מאקסוועל, סקאטישער אדלמאן (געשטארבן 1593).[29]
- 30סטן אפריל – לואיז פון לארען, קעניגן פון פראנקרייך (געשטארבן 1601).[30]
- 7טן מאי – אלבערט פרידריך, הערצאג פון פרייסן (געשטארבן 1618).[31]
- 14טן מאי – מארגארעט פון וואלא, קעניגן פון פראנקרייך (געשטארבן 1615).[32]
- 5טן יוני – בערנארדינא באלדי, איטאליענישער מאטעמאטיקער און שרייבער (געשטארבן 1617).[33]
- 15טן יוני – ערנסט, ארכיהערצאג פון עסטרייך, עסטרייכישער פרינץ, זון פון מקסימיליאן דער צווייטער (געשטארבן 1595).[34]
- 1טן יולי – פעטער סטריט, ענגלישער סטאליער (געשטארבן 1609).[35]
- 26סטן סעפטעמבער – ניקאלא קאנטאריני, דער דאזשע פון ווענעציע (געשטארבן 1631).[36]
- 8טן אקטאבער – זשאק אוגוסט דע טו, פראנצויזישער היסטאריקער (געשטארבן 1617).[37]
- 18טן אקטאבער – לוקא מארענציא, איטאליענישער קאמפאזיטאר (געשטארבן 1599).[38]
- 2טן נאוועמבער – מאגדאלענע פון יוליך קלעווע בערג, גראפין פון פפאלץ צווייבריקן (געשטארבן 1633).[39]
- 4טן נאוועמבער – ראדזשער ווילברהאם, דער סאליסיטאר גענעראל פון אירלאנד (געשטארבן 1616).[40]
- 23סטן נאוועמבער – פראָספּעראָ אלפיני, איטאליענישער דאקטער און באטאניקער (געשטארבן 1617).[41]
- 28סטן נאוועמבער – דזשארדזש מאר, ענגלישער פאליטיקער (געשטארבן 1632).[42]
- 13טן דעצעמבער – דער פראנצויזישער קעניג היינריך דער פערטער (געשטארבן 1610).[43]
- דאטום אומבאקאנט
- דזשיואוואני פלאריא, ענגלישער שרייבער און איבערזעצער (געשטארבן 1625).[44]
- ריטשארד האקלויט, ענגלישער רייזע שרייבער (געשטארבן 1616).[45]
- ראבערט היוז, ענגלישער מאטעמאטיקער און געאגראף (געשטארבן 1632).[46]
- אמאגא קאצוהיסא, יאפאנישער אדלמאן (געשטארבן 1578).[47]
- פיער דע ראסטעני, פראנצויזישער יוריסט (געשטארבן 1631).[48]
- וויליאם ראסעל, ערשטער באראן ראסעל פון טארנהאף, ענגלישער מיליטערישער פירער (געשטארבן 1613).[49]
- משה סעקעלי, אונגארישער אדלמאן (געשטארבן 1603).[50]
- ביאטריסע מיכיעל, ווענעציענישע שפיאנקע (געשטארבן 1613).
- מירזא מוכאמאד האכים, זון פונעם מוגהאלישער קייסער הומאיון און ברודער פונעם קייסער אקבאר (געשטארבן 1585).[51]
געשטארבן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

- 13טן יאנואר – דזשארדזש דער צווייטער, הערצאג פון מינסטערבערג אעלס, גראף פון גלאַץ (געבוירן 1512).
- 6טן פעברואר – ערנסט, מארגראף פון באדן דורלאך (געבוירן 1482).[52]
- 8טן פעברואר – דזשאן ערנסט, הערצאג פון סאקסן קאבורג (געבוירן 1521).
- 17טן פעברואר – טשאמאראדזשאַ וואדייאר דער דריטער, קעניג פון מייסור (געבוירן 1492).
- 19טן פעברואר – עראזמוס ריינהאלד, דייטשער אסטראנאם און מאטעמאטיקער (געבוירן 1511).[53]
- 25סטן פעברואר – היראטע מאסאהידע, יאפאנישער דיפלאמאט און לערער פון אדא נאבונאגא; ער האט זיך גענומען דאס לעבן (געבוירן 1492).[54]
- אפריל – מינכאונג פון פראם, דער לעצטער קעניג פון דעם קעניגרייך פון פראם אין בורמע, היינט מיאנמאר.
- 9טן אפריל – פראנסואה ראבעלע, פראנצויזישער שרייבער.[55]
- 5טן מאי – עראזמוס אלבערוס, דייטשער הומאניסט (געבוירן 1500).[56]
- 28סטן מאי – יאנעס אהאל, שווייצער טעאלאג (געבוירן 1500).[57]
- 26סטן יוני – צארעוויטש דמיטרי איוואנאוויטש פון רוסלאנד, גרויסער פרינץ פון מאסקווע (געבוירן 1552).[58]
- 6טן יולי – דער ענגלישער קעניג עדווארד דער זעקסטער (געבוירן 1537).[59]
- 9טן יולי – מאריץ, קורפירשט פון סאקסאניע (געבוירן 1521).[10]
- 6טן אויגוסט – דזשיראלאמא פראקאַסטארא, איטאליענישער דאקטער (געבוירן 1478).[60]
- 17טן אויגוסט – קארל דער דריטער, הערצאג פון סאוואי (געבוירן 1486).[61]
- 22סטן אויגוסט – דזשאן דאדלי, ערשטער הערצאג פון נארטהאמבערלאנד, ענגלישער פאליטיקער און מיליטערישער פירער; ער ווערט דערהאנגען נאך זיין פאראורטיילונג (געבוירן 1502).[62]
- 6טן סעפטעמבער – דזשואן דע האמעדעס י קאסאן, דער 47סטער גרויסמייסטער פון די קנייטס האספיטאלער (געבוירן ארום 1477).[63]
- 6טן אקטאבער – שעהזאדע מוסטאפא (פרינץ מוסטאפא), דער עלטסטער זון פון סוליימאן דער פראכטפולער און מאהידעווראן האטון (געבוירן 1515).[64]
- 7טן אקטאבער – קריסטאבאלא דע מאראלעס, שפאנישער קאמפאזיטאר (געבוירן 1500).[65]
- 16טן אקטאבער – לוקאס קראנאך דער עלטערער, דייטשער מאלער (געבוירן 1472).[66]
- 17טן אקטאבער – דזשארדזש דער דריטער, פרינץ פון אנהאלט דעסאו, דייטשער פרינץ (געבוירן 1507).[67]
- 27סטן אקטאבער – מיכאל סערוועטוס, שפאנישער פראטעסטאנטישער טעאלאג; ער ווערט פארברענט אויפן שייטערהויפן (געבוירן 1511).[68]
- 30סטן אקטאבער – יעקב שטורם פון שטורמעק, דייטשער מלוכה מענטש און רעפארמאטאר (געבוירן 1489).[69]
- 15טן נאוועמבער – לוקרעציא דע' מעדיטשי, איטאליענישע אדלפרוי (געבוירן 1470).
- 23סטן נאוועמבער – סעבאסטיאנא אנטאניא פיגיני, איטאליענישער קארדינאל (געבוירן 1500).[70]
- 27סטן נאוועמבער – שעהזאדע דזשיהאנגיר (פרינץ דזשיהאנגיר), אטאמאנישער פרינץ, דער זעקסאיר און אינגסטער זון פון סוליימאן דער פראכטפולער (געבוירן 1531).[71]
- 3טן דעצעמבער – לודוויג פון האנו ליכטנבערג, דייטשער אדלמאן (געבוירן 1487).[72]
- 25סטן דעצעמבער – פעדרא דע וואלדיוויא, שפאנישער קאנקיסטאדאר (געבוירן 1497).[73]
- דאטום אומבאקאנט
- גונילא בעסע, פינישער אדלפרוי און ערד הערשערין (געבוירן 1475).[74]

וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו:
1553
יארן און יארהונדערטער
- ↑ Victor Duruy, A Short History of France (J. M. Dent & sons, Ltd. 1918) p.501
- ↑ Robert Knecht, The Valois Kings of France 1328-1589 (Bloomsbury Academic, 2007) p.149 ("By the time Charles V lifted the siege, on 2 January 1553, his army had dwindled to a third of its original size.")
- ↑ Encyclopedia of Tudor England, ed. by John A. Wagner, et al. (ABC-CLIO, 2011) p.12
- ↑ (1907) St. Albans & Its Pageant: Being the Official Souvenir of the Pageant Held July, 1907 (אויף en). Smith's printing agency, 25.
- ↑ (1884) Gibbs' illustrated handbook to St. Albans (אויף en). Gibbs & Bamforth, 35.
- ↑ Turnbull, Stephen (1998). The Samurai Sourcebook. Cassell & Co., 212. ISBN 1-85409-523-4.
- ↑ History of the School.
- ↑ https://privycouncil.independent.gov.uk/royal-charters/chartered-bodies/ (ארכיווירט 21.06.2019 ביי דער Wayback Machine) retrieved 24 Mar 2017
- ↑ St Thomas's Hospital – A Concise History. gkt gazette. Guy's, King's & St. Thomas's Hospitals Medical & Dental Schools (1 February 2002).
- 1 2 Thomas M. Lindsay (8 October 1999). A History of the Reformation, 2 Volumes. Wipf and Stock Publishers, 506. ISBN 978-1-57910-283-8.
- ↑ Derrik Mercer (February 1993). Chronicle of the Royal Family. Chronicle Communications, 160–166. ISBN 978-1-872031-20-0.
- 1 2 Nicola Tallis (6 December 2016). Crown of Blood: The Deadly Inheritance of Lady Jane Grey. Pegasus Books, 10–. ISBN 978-1-68177-287-5.
- ↑ (1983) The reign of Mary I. Longman, 8–12. ISBN 978-0-582-35333-6.
- ↑ Eric Ives (2009): Lady Jane Grey: A Tudor Mystery Wiley-Blackwell. ISBN 978-1-4051-9413-6. Pages 96-7.
- ↑ (1880) History of the Mongols: From the 9th to the 19th Century (אויף en). Burt Franklin, 491. ISBN 978-0-343-14643-6.
- ↑ A General History of the Middle East, Chapter 13: Ottoman Era, Suleiman the Magnificent, xenohistorian.faithweb.com; accessed January 8, 2015.
- ↑ Ives, Eric (2009). Lady Jane Grey: A Tudor Mystery. Malden MA; Oxford UK: Wiley-Blackwell, 251–252, 334. ISBN 978-1-4051-9413-6. ; Bellamy, John (1979). The Tudor Law of Treason. Routlegde, Kegan & Paul, 54. ISBN 0-7100-8729-2.
- ↑ Weikel, Ann (1980). The Mid-Tudor Polity c.1540-1560. The Marian Council Revisited: Rowman and Littlefield, 53. ISBN 9780333245286.
- ↑ Royal Historical Commission of Burma (2003). Hmannan Yazawin (אויף my). Yangon: Ministry of Information, Myanmar, 281.
- ↑ (2013) Reader's Guide to Military History. Routledge, 635–636. ISBN 978-1-135-95970-8.
- ↑ Geschichte der Stadt Kulmbach (ארכיווירט 29.01.2009 ביי דער Wayback Machine) auf der städtischen Homepage
- ↑ (1964) Mapocho (אויף es). Dirección de Bibliotecas, Archivos y Museos, 285.
- ↑ Bardzińska-Bonenberg, Teresa (20 January 2016). "Games of history and politics – Architecture of great Chinese cities: Shanghai". Czasopismo Techniczne (אויף פּויליש) 8 (14): 5–11. ISSN 2353-737X. Retrieved 6 October 2023.
- ↑ (1859) Blasón de España: libro de oro de su nobleza : reseña genealógica y descriptiva de la Casa Real, la grandeza de España y los títulos de Castilla : parte primera (אויף es). Imprenta y estereotipía de M. Rivadeneyra, 33.
- ↑ 浦上氏一族の群像 (אויף ja). 歴史研究会, 54. מוסטער:Unreliable source?
- ↑ (2008) Sixteenth-century Italian Drawings (אויף en). Harvey Miller, 3. ISBN 978-1-905375-10-3.
- ↑ (1 January 2006) Medici Women: Portraits of Power, Love and Betrayal from the Court of Duke Cosimo I (אויף en). University of Toronto Press, 175. ISBN 978-0-8020-3825-8.
- ↑ (1980) Pepragmena tou D' Diethnous Krētologikou Synedriou, Hērakleio, 29 augoustou-3 septemvriou 1976 (אויף el). Athens: Panepistēmion Krētēs., 367.
- ↑ (1909) The Scots Peerage: Founded on Wood's Edition of Sir Robert Douglas's Peerage of Scotland; Containing an Historical and Genealogical Account of the Nobility of that Kingdom (אויף en). D. Douglas, 482.
- ↑ (1884) Histoire de Louise de Lorraine, reine de France, 1553-1601 (אויף fr). L. Techener, 25.
- ↑ (1905) Genealogie des Gesamthauses Hohenzollern (אויף de). W. Moeser, 116.
- ↑ Margaret Of Valois | queen consort of Navarre | Britannica (en).
- ↑ Hilfstein, Erna (1979). "Bernardino Baldi and His Two Biographies of Copernicus". The Polish Review 24 (2): 67–80. ISSN 0032-2970. JSTOR 25777676. Retrieved 6 October 2023.
- ↑ (1860) Biographisches lexikon des kaiserthums Oesterreich: enthaltend die lebensskizzen der denkwürdigen personen, welche seit 1750 in den österreichischen kronländern geboren wurden oder darin gelebt und gewirkt haben (אויף de). K.K. Hof- und staatsdruckerei, 180.
- ↑ (1993) Shakespeare Survey (אויף en). Cambridge University Press, 102. ISBN 978-0-521-42055-6.
- ↑ (1958) Il doge Nicolò Contarini: richerche sul patriziato veneziano agli inizi del Seicento (אויף it). Istituto per la collaborazione culturale, 53.
- ↑ (1864) Les Magistrats les plus célèbres (אויף fr). Lille: L. Lefort, 47.
- ↑ (1998) Marenzio: la carriera di un musicista tra Rinascimento e Controriforma (אויף it). Promozione Franciacorta, 70. ISBN 978-88-86189-02-6.
- ↑ (1898) Geschichte des Kreises Schleiden (אויף de). Braselmann, 50.
- ↑ Wilbraham, Sir Roger (1553-1616), of St. John's Gateway, Clerkenwell, London.
- ↑ (2005) Prospero Alpini: medico e viaggiatori : nel 450o della nascita : atti della conferenza di studi, 23 novembre 2003, sala consiliare del casstello inferiore, Marostica (אויף it). Commune di Marostica, 20. ISBN 978-88-901780-1-6.
- ↑ MORE, Sir George (1553-1632), of Loseley, nr. Guildford, Surr. and Blackfriars, London.
- ↑ Edward Frederick Langley Russell Baron Russell of Liverpool (1969). Henry of Navarre: Henry IV of France. Hale, 17. ISBN 978-0-7091-1090-3.
- ↑ מוסטער:Cite ODNB
- ↑ (1890) Herefordshire Biographies (אויף en). Jakeman & Carver, 51.
- ↑ מוסטער:Cite ODNB
- ↑ 尼子勝久(あまこかつひさ)とは? 意味や使い方 (ja).
- ↑ (2006) On the Inconstancy of Witches: Pierre de Lancre's Tableau de L'inconstance Des Mauvais Anges Et Demons (1612) (אויף en). Arizona Center for Medieval and Renaissance Studies, xxviii. ISBN 978-0-86698-352-5.
- ↑ מוסטער:Cite ODNB
- ↑ Székely Mózes.
- ↑ Muḥammad Ḥākim Mīrzā (en). Brill (24 April 2012).
- ↑ Ernst (de).
- ↑ (1882) Heroes of Science: Astronomers (אויף en). Society for Promoting Christian Knowledge, 63.
- ↑ (20 November 2012) Seppuku: A History of Samurai Suicide (אויף en). Kodansha USA. ISBN 978-1-56836-448-3. “An early instance of a remonstrative seppuku, recorded by Ōta Gyuichi in his biography of Oda Nobunaga, was the death of Hirate Masahide on February 25, 1553. A former general, in his sixties Masahide served as personal tutor to the young Nobunaga, whose teenage bad-boy antics are legendary in Japan.”
- ↑ Jean Plattard (April 1968). The Life of Fran ̧cois Rabelais. Psychology Press, 3. ISBN 978-0-7146-2077-0.
- ↑ (1831) Hymnologische Forschungen (אויף de). Struck, 29.
- ↑ Aal, Johannes (de).
- ↑ (2008) Рюриковичи: исторический словарь (אויף ru). Русская панорама, 273. ISBN 978-5-93165-188-0.
- ↑ Former Director of the Warburg Institute and Professor Emeritus of the History of Classical Tradition J B Trapp (1998). The Cambridge History of the Book in Britain. Cambridge University Press, 176. ISBN 978-0-521-57346-7.
- ↑ (13 April 2015) Storia della Dermatologia e della Venereologia in Italia (אויף it). Springer, 159. ISBN 978-88-470-5717-3.
- ↑ Savoyen, Karl II. (III.) von (de).
- ↑ מוסטער:Cite ODNB
- ↑ (1899) La soberana Orden militar de San Juan de Jerusalén ó de Malta: noticia de su historia y de su organización, por un caballero de la orden (אויף es). Sucesores de Rivadeneyra, 51.
- ↑ Atçil, Zahit (27 July 2016). "Why Did Süleyman the Magnificent Execute His Son Şehzade Mustafa in 1553?". Osmanlı Araştırmaları (אויף ענגליש) 48 (48): 67–103. ISSN 0255-0636. doi:10.18589/oa.586488. Unknown parameter
|doi-access=ignored (עזרה); Unknown parameter|url-access=ignored (עזרה) - ↑ Paul Henry Lang (1941). Music in Western Civilization (אויף en). W. W. Norton, Incorporated, 266.
- ↑ (2007) Lucas Cranach (אויף en). Harry N. Abrams, 24. ISBN 978-1-905711-13-0.
- ↑ (1 September 2019) Georg III. von Anhalt: Abendmahlsschriften (אויף de). Evangelische Verlagsanstalt, 16. ISBN 978-3-374-06295-9.
- ↑ (1980) History of the Church: Reformation and Counter Reformation (אויף en). Burns & Oates, 382. ISBN 978-0-86012-085-8.
- ↑ Manchot, Carl (1870). Jacob Sturm von Sturmeck: Straßburgs großer Stettmeister und Scholasch : Standrede gehalten in Straßburg (אויף de). Henschel, v.
- ↑ The Cardinals of the Holy Roman Church - Biographical Dictionary - Consistory of November 20, 1551.
- ↑ (1986) Süleymanname: The Illustrated History of Süleyman the Magnificent (אויף en). National Gallery of Art, 221. ISBN 978-0-89468-088-5.
- ↑ (1905) Repertorium für Kunstwissenschaft (אויף de). Verlag von W. Spemann, 470.
- ↑ (1923) Boletín del Centro de Estudios Americanistas de Sevilla (אויף es). Centro de Estudios Americanistas de Sevilla, 48.
- ↑ Gunilla Johansdotter (Bese).
